[00:00.000] 作词 : Brodna, Katzerginsky [00:01.000] 作曲 : Avreml Brodna/Chanan Winternitz/Shimke Katzerginsky [00:20.018]איך בלאָנדזשע אין געטאָ [00:21.843]פֿון געסל צו געסל [00:23.787]און קען ניט געפֿינען קײן אָרט: [00:27.804]ניטאָ איז מײַן ליבער, [00:29.585]װי טראָגט מען אַריבער? — [00:31.560]מענטשן, אָ זאָגט כאָטש אַ װאָרט. [00:35.519]עס לײַכט אױף מײַן הײם איצט [00:37.521]דער הימל דער בלױער — [00:39.303]װאָס זשע האָב איך איצט דערפֿון? [00:43.036]איך שטײ װי אַ בעטלער [00:44.945]בײַ יעטװעדן טױער [00:46.931]און בעטל — אַ ביסעלע זון. [00:49.783] [00:50.915]פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער, [00:56.957]און ברענג מײַן ליבסטן, [01:00.439]מײן טרײַען צוריק. [01:04.064]פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע, [01:09.790]אָ נעם מײַן האַרץ מיט [01:13.505]און גיב עס אָפּ מײַן גליק. [01:16.956]פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע, [01:23.082]אָ נעם מײַן האַרץ מיט [01:26.892]און גיב עס אָפּ מײַן גליק. [01:30.196] [01:36.140]איך גײ צו דער אַרבעט [01:38.089]פֿאַרבײַ אונדזער שטיבל, [01:39.975]אין טרױער — דער טױער פֿאַרמאַכט. [01:43.757]דער טאָג אַ צעהעלטער, [01:45.641]די בלומען פֿאַרװעלקטע, [01:47.683]זײ װיאַנען — פֿאַר זײ איז אױך נאַכט. [01:51.682]פֿאַר נאַכט אױף צוריקװעגס, [01:53.591]עס נאָיעט דער טרױער, [01:55.447]אָט דאָ האָסטו, ליבסטער, געװאַרט. [01:59.273]אָט דאָ אינעם שאָטן [02:01.113]נאָך קענטיק דײַן טראָט איז, [02:03.101]פֿלעגסט קושן מיך ליבלעך און צאַרט. [02:06.526] [02:07.236]פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער, [02:13.164]און ברענג מײַן ליבסטן, [02:16.802]מײן טרײַען צוריק. [02:20.303]פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע, [02:26.252]אָ נעם מײַן האַרץ מיט [02:29.984]און גיב עס אָפּ מײַן גליק. [02:33.420]פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע, [02:39.432]אָ נעם מײַן האַרץ מיט [02:43.325]און גיב עס אָפּ מײַן גליק. [02:46.994] [02:50.821]ס׳איז הײַיאָר דער פֿרילינג [02:53.028]גאָר פֿרי אָנגעקומען, [02:55.188]צעבליט האָט זיך בענקשאַפֿט נאָך דיר, [02:59.089]איך זע דיך װי איצטער [03:01.023]באַלאָדן מיט בלומען, [03:03.008]אַ פֿרײדיקער גײסטו צו מיר. [03:06.865]די זון האָט פֿאַרגאָסן [03:08.777]דעם גאָרטן מיט שטראַלן, [03:10.784]צעשפּראָצט האָט די ערד זיך אין גרין. [03:14.449]מײַן טרײַער, מײַן ליבסטער, [03:16.511]װוּ ביסטו פֿאַרפֿאַלן? — [03:18.697]דו גײסט ניט אַרױס פֿון מײַן זין. [03:22.111] [03:22.629]פֿרילינג, נעם צו מײַן טרױער, [03:28.742]און ברענג מײַן ליבסטן, [03:32.431]מײן טרײַען צוריק. [03:36.140]פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע, [03:41.819]אָ נעם מײַן האַרץ מיט [03:45.632]און גיב עס אָפּ מײַן גליק. [03:48.998]פֿרילינג, אױף דײַנע פֿליגל בלױע, [03:55.141]אָ נעם מײַן האַרץ מיט [03:59.044]און גיב עס אָפּ מײַן גליק.