作曲 : Sholom Secunda 编曲 : Sholom Secunda אױפֿן פֿורל ליגט דאָס קעלבל, יגט געבונדן מיט אַ שטריק. הױך אין הימל פֿליט דאָס שװעלבל, פֿרייט זיך, דרייט זיך הין און צוריק. לאַכט דער ווינט אין קאָרן, לאַכט און לאַכט און לאַכט, לאַכט ער אָפּ אַ טאָג אַ גאַנצן מיט אַ האַלבע נאַכט. דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ שרייַט דאָס קעלבל, זאָגט דער פּױער: װער זשע הײסט דיר זײַן אַ קאַלב? װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ פֿױגל, װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ שװאַלב. בידנע קעלבער טוט מען בינדן און מען שלעפּט זײ און מען שעכט, װער ס'האָט פֿליגל, פֿליט אַרױפֿצו, איז בײַ קײנעם ניט קיין קנעכט. דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ פֿױגל, װאָלסט געקענט דאָך זײַן אַ שװאַלב. בידנע קעלבער טוט מען בינדן און מען שלעפּט זײ און מען שעכט, װער ס'האָט פֿליגל, פֿליט אַרױפֿצו, איז בײַ קײנעם ניט קיין קנעכט. דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ דאָנאַ, דאָנאַ, דאָנאַ